יום שבת, 9 באוגוסט 2014

מאת הוועד לטוהר המחנה: מעשה שהיה

ניו יארק - י' מנחם אב תשע"ד. א אינגערמאן א בעה"ב האט געטון א גמילות חסד און געטראגן זיינס א חבר אין שפיטאל, צו זיין פרוי וועלכע געפינט זיך אין א גאר שווערן צושטאנד ל"ע.

הערנדיג דעם שווערן מצב פון די פרוי, האט דאס אים זייער באנומען, און ער האט אריינגעקלערט וואס ער קען טון לזכות רפואתה פון די פרוי.

תיכף איז אים געקומען אין געדאנק: "ווער ווייסט צו נישט דער סמארטפאון איז דער גורם צו די צרות ישראל". ער האט אפגעמאכט אז 'עד כאן' דאס איז עס מיט די כלי וואס האט שוין חרוב געמאכט אזויפיל אידישע שטיבער ל"ע.

אומר ועושה, געטראכט און געטון - נישט געבנדיג די געלעגנהייט די התעוררות זאל אויסוועפן – האט ער אינמיטן די גאסן פון מאנהעטן נעבן שפיטאל גענומען זיין אייפאון, אונטערגעלייגט אונטערן קאר און איבערגעפארן דערויף עטליכע מאל... מקיים צו זיין ריכטיג דעם 'ובערת הרע מקרבך', עס זאל זיין לרפואת ולזכות די חשוב'ע פרוי וואס ליגט אין שפיטאל.

טייערע אידן רחמנים בני רחמנים!

אויב געפינט זיך נאך ביי אייך איינע פון די טמאנ'ע כלים, נעמט די קוראזש און זייט דאס אויך מבער, און זאגט ארויס עס זאל זיין לזכות רפואת:

צירל יוכבד בת מרים פראדל לרפו"ש בקרוב בתושח"י.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה