יום חמישי, 10 ביולי 2014

פיקוד העורף: הואות באידיש

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

ווי זיך צו פירן ביים הערן די אזעקה

ווען איר הערט די אזעקה אדער א קול פון אן אויפרייס, גייט אריין אינעם באשיצטן צימער לויט וויפיל צייט עס איז פארבליבן, און לויט די קומענדיקע אנווייזונגען:
די וואס געפינען זיך אין א בניין, גייט באלד אריין אין ממ"ד-צימער און פארהאקט דעם אייזערנעם פענצטער. אויב איר האט נישט קיין ממ"ד, גייט אריין אינעם באשיצטן צימער וואס איר האט צוגעגרייט פון פריער. אויב אזא צימער איז נישט פאראן, גייט ארויס צו די טרעפּ.
אינעם באשיצטן צימער זיצט אויף דער ערד, נידעריקער פונעם פענצטער, און נישט קעגן איבער דעם פענצטער.
אויב איר געפינט זיך אויף דער גאס אין א באוווינטן שטח, גייט אריין אין א בניין אדער אין אן אנדערן באשיצטן ארט. אויב איר געפינט זיך אין אן אפענעם שטח, לייגט זיך אויף דער ערד מיט די הענט אויפן קאפ.
די וועלכע פארן אין אן אויטא, זאלן זיך אפשטעלן אין דער זייט, ארויסגיין פון אויטא און אריינגיין אין א נאענטן בניין אדער אין א שיצארט. אויב די צייט איז צו ענג אויף אנצוקומען צו א שיצארט, גייט ארויס פונעם אויטא און לייגט זיך אויף דער ערד מיט די הענט אויפן קאפ.
נאך צען מינוט קענט איר פארלאזן דעם שיצארט, אויב נישט איבערגעגעבן אנדערש.
וויכטיג! שטייט ווייט פון אומבאקאנטע חפצים אדער פון א ראקעטע וואס ליגט אויף דער ערד. אין אזא פאל, דערווייטערט אויך אנדערע נייגעריקע מענטשן און לאזט מעלדן דער פאליציי. עס רעדט זיך וועגן פיקוח נפש!


אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה